Child Solo Yehuda Zilberberg & The Shira Choir - Hadlakas Haneiros
ילד הפלא יהודה זילבערבערג & מקהלת שירה - הדלקת הנרות
Song Originally Recorded By Issac Honig On The Shabbos’dig Project Composed By Motty Ilowitz
Lyrics By M. Israeli
Music By Shea Kaller Band
Arranged By Shea Kaller
To Download:
Mp3
Mp4
To Watch:
Lyrics:
שבת איז געקומען אויף דער וועלט, באלייכטן יעדע אידישע געצעלט, אין א לייכטער
שפיגלדיג ניי, ברענען די לעכטעלעך צוויי, א בית נאמן ווערט דא אויפגעשטעלט ביים חופה האט זי געבעטן מיט געוויין, גע'חלומ'ט פון א לעבן אזוי שיין, און ענדליך שטייט זי דא, אין א מזל'דיגע שעה, זי צינדט שוין לעכט אין איר אייגן היים יהי רצון שתזכני, רבונו של עולם ענני, איך בעט פון טיפן הארצן א תחינה, יהי רצון שתזכני, דורות ערליכע שיינע, זאל רוהן צווישן אונז די הייליגע שכינה.
בנים ובני בנים בעט איך פון דיר אצינד, זוכה זיין צו נחת פון א יעדע קינד, אזוי האבן מאמעס געדאווענט אין אלע יארן פארביי, דאס איז מיין בקשה, פונקט אזוי ווי זיי. בנים ובני בנים אוהבי השם, וואס דינען דעם באשעפער, מיט א ליבשאפט מיט א ברען, בנים ובני בנים יראי אלוקים, זרע קודש בה' דבקים.
יהי רצון שתזכני, רבונו של עולם ענני, איך בעט פון טיפן הארצן א תחינה, יהי רצון שתזכני, דורות ערליכע שיינע, זאל רוהן צווישן אונז די הייליגע שכינה.
די יארן לויפן, די צייט עס בלייבט נישט שטיין, די משפחה איז געוואקסן הערליך און שיין, שוין צוגעלייגט לעכט אסאך, אבער זי בעט נאכאלץ די זעלבע זאך, יעדע שבת ביי די לעכט מיט א געוויין.
די קינדער ארום איר פון גרויס ביז קליין, די לעכטעלעך צינדט זי אן, איין ביי איין, מיט יעדע ליכט א טרער, אויף יעדע קינד א קלער, אויף יעדע זון און טאכטער א באגער.
יהי רצון שתזכני, רבונו של עולם ענני, דער וועלט איז פול מיט אלע מיני השפעות. יהי רצון שתזכני, געב זיי די שכל די ריינע, ריכטיג צו קלויבן, נישט צו מאכן קיין טעות. בנים ובני בנים בעט איך פון דיר אצינד, שענק מיר די הבנה, ווי זיך צו פירן מיט יעדע קינד, מחנך זיין על פי דרכו, העלף מיר צו פארשטיין, ווען צו זאגן יא, און ווען צו זאגן ניין.
בנים ובני בנים אוהבי השם, וואס דינען דעם באשעפער, מיט א ליבשאפט, מיט א ברען, בנים ובני בנים יראי אלוקים, זרע קודש בה' דבקים.
יהי רצון שתזכני, רבונו של עולם ענני, דער וועלט איז פול מיט אלע מיני השפעות. יהי רצון שתזכני, געב זיי די שכל די ריינע, ריכטיג צו קלויבן, נישט צו מאכן קיין טעות.
זי האט קיין-עין-הרע שוין אייניקלעך אסאך, די קייטל האט זיך ווייטער געצויגן מיט פראכט, אןן פונקט אזוי ווי איר, די טאכטער און די שניר, זאגן די תחינה יעדע פרייטאג צונאכט.
און אזוי אין די גאנצע וועלט, אידישע דורות אויפגעשטעלט, בזכות די תחינה יעדער פרייטאג צונאכט.
Where can I get the lyrics for this song?
This song literally brought me to tears